Es Brent – Cantor Yaakov Lemmer

Recorded on the anniversary of Kristallnacht 2015, Cantor Lemmer and Nachman Rosen sing the haunting Holocaust poem “Es Brent”, composed by Mordechai Gebirtig who perished in Kraków towards the end of the war.

Lyrics
ס’ברענט ברידער עס ברענט
אוי אונדזער שטעטל נעבעך ברענט,
בייזע ווינטן מיט ירגזון,
רײַסן ברעכן און צעבלאָזן
שטאַרקער נאָך די ווילדע פֿלאַמען
אַלץ אַרום שוין ברענט !

רעפֿריין:
און איר שטייט און קוקט אזוי זיך,
מיט פֿאַרלייגטע הענט
און איר שטייט און קוקט אַזוי זיך,
אונדזער שטעטל ברענט.

ס’ברענט, ברידעלעך ס’ברענט,
אוי אונדזער שטעטל נעבעך ברענט,
ס’האָבן שוין די פֿײַער צונגען,
ס’גאַנצע שטעטל אײַנגעשלונגען,
און די בייזע ווינטן הודזשען,
ס’גאַנצע שטעטל ברענט !

רעפֿריין:
און איר שטייט …

ס’ברענט ברידעלעך ס’ברענט
אוי ס’קען חלילה קומען דער מאָמענט
אונדזער שטאָט מיט אונדז צוזאַמען,
זאָל אַוועק אין אַש און פֿלאַמען,
בלײַבן זאָל ווי נאָך אַ שלאַכט,
נאָר פוסטע שוואַרצע ווענט.

רעפֿריין:
און איר שטייט …

ס’ ברענט ברידעלעך ס’ברענט.
די הילף איז נאָר אין אײַך אַליין געווענדעט,
אויב דאָס שטעטל איז אײַך טײַער
נעמט די כלים לעשט דאָס פֿײַער,
לעשט מיט אַײַער אייגן בלוט,
באַווײַסט אַז איר דאָס קענט.

שטייט נישט ברידער אָט אַזוי זיך,
מיט פֿארלייגטע הענט !
שטייט נישט ברידער, לעשט דאָס פֿײַער,
אונדזער שטעטל ברענט !

You may also like...

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *